Atos 11

ydd (YDD) vs ACF

Sair da comparação
ACF Almeida Corrigida Fiel
1 און די שליחים און די ברידער, וועלכע זענען געווען אין יהודה, האבן געהערט, אז אויך די אומות (העולם) האבן אנגענומען ה׳ס ווארט.
1 E ouviram os apóstolos, e os irmãos que estavam na Judéia, que também os gentios tinham recebido a palavra de Deus.
2 און ווען פעטרוס איז ארויפגעקומען קיין ירושלים, האבן די געמלטע זיך געצאנקט מיט אים, זאגנדיק:
2 E, subindo Pedro a Jerusalém, disputavam com ele os que eram da circuncisão,
3 דו ביסט אריינגעגאנגען צו ערלים, און האסט געגעסן מיט זיי.
3 Dizendo: Entraste em casa de homens incircuncisos, e comeste com eles.
4 פעטרוס אבער האט אנגעהויבן און זיי דערציילט כסדר, אזוי צו זאגן:
4 Mas Pedro começou a fazer-lhes uma exposição por ordem, dizendo:
5 איך בין געווען אין דער שטאט יפו און האב תפילה געטאן, און אין א טראנס האב איך געזען א חזיון, עפעס א געפעס איז אראפגעקומען ווי א גרויס ליילעך, אראפגעלאזט פון הימל ביי די פיר עקן; און עס איז געקומען צו מיר;
5 Estando eu orando na cidade de Jope, tive, num arrebatamento dos sentidos, uma visão; via um vaso, como um grande lençol que descia do céu e vinha até junto de mim.
6 אין וועלכן איך האב זיך איינגעקוקט און באמערקט, און געזען די פירפיסיקע (בהמות) פון דער ערד און די חיות און שרצים און די פייגל פון הימל.
6 E, pondo nele os olhos, considerei, e vi animais da terra, quadrúpedes, e feras, e répteis e aves do céu.
7 און האב געהערט א קול זאגן צו מיר: שטיי אויף, פעטרוס, שעכט און עס.
7 E ouvi uma voz que me dizia: Levanta-te, Pedro; mata e come.
8 איך אבער האב געזאגט: בשום אופן נישט, האר, ווייל קיין שום טמא אדער טריפה זאך איז (נאך) קיינמאל נישט אריינגעגאנגען אין מיין מויל.
8 Mas eu disse: De maneira nenhuma, Senhor; pois, nunca em minha boca entrou coisa alguma comum ou imunda.
9 און צום צווייטן מאל האט א קול פון הימל מיר געענטפערט: וואס ה׳ האט ריין געמאכט, זאלסטו נישט מטמא זיין.
9 Mas a voz respondeu-me do céu segunda vez: Não chames tu comum ao que Deus purificou.
10 דאס דאזיקע איז געשען דריימאל, און אלץ איז ווידער ארויפגענומען געווארן אין הימל אריין.
10 E sucedeu isto por três vezes; e tudo tornou a recolher-se ao céu.
11 און זע, אין אן אויגנבליק זענען געשטאנען דריי מענטשן ביים הויז, אין וועלכן מיר זענען געווען, וואס זענען געשיקט געווארן פון קיסריה צו מיר.
11 E eis que, na mesma hora, pararam, junto da casa em que eu estava, três homens que me foram enviados de Cesaréia.
12 און דער גייסט האט געזאגט צו מיר, איך זאל מיטגיין מיט זיי, און זיך גארנישט ווייגערן. און די דאזיקע זעקס ברידער זענען מיטגעגאנגען מיט מיר, און מיר זענען אריינגעגאנגען אין דעם מאנס הויז;
12 E disse-me o Espírito que fosse com eles, nada duvidando; e também estes seis irmãos foram comigo, e entramos em casa daquele homem;
13 און ער האט אונדז דערציילט, ווי ער האט געזען דעם מלאך אין זיין הויז שטיין און זאגן: שיק קיין יפו און ברענג שמעונען, וועמען מען רופט פעטרוס,
13 E contou-nos como vira em pé um anjo em sua casa, e lhe dissera: Envia homens a Jope, e manda chamar a Simão, que tem por sobrenome Pedro,
14 וועלכער וועט רעדן צו דיר ווערטער, דורך וועלכע דו וועסט געהאלפן ווערן און דיין גאנץ הויז.
14 O qual te dirá palavras com que te salves, tu e toda a tua casa.
15 און ווען איך האב אנגעהויבן צו רעדן, איז דער רוח הקודש געפאלן אויף זיי, פונקט אזוי ווי אין אנהויב אויף אונדז.
15 E, quando comecei a falar, caiu sobre eles o Espírito Santo, como também sobre nós ao princípio.
16 און איך האב מיך דערמאנט דעם הארס ווארט, ווי ער האט געזאגט: יוחנן האט טאקע געטובלט מיט וואסער אין דער מקווה, איר אבער וועט געטובלט ווערן אין דער מקווה מיט דעם רוח הקודש.
16 E lembrei-me do dito do Senhor, quando disse: João certamente batizou com água; mas vós sereis batizados com o Espírito Santo.
17 דעריבער אויב ה׳ האט זיי געגעבן די זעלביקע מתנה, ווי אויך צו אונדז, די מאמינים אין דעם האר יהושע/ישוע המשיח, ווער בין איך, וואס זאל קענען פארווערן ה׳?
17 Portanto, se Deus lhes deu o mesmo dom que a nós, quando havemos crido no Senhor Jesus Cristo, quem era então eu, para que pudesse resistir a Deus?
18 און הערנדיק דאס, זענען זיי שטיל געווארן און האבן געלויבט ה׳, אזוי צו זאגן: באמת, ה׳ האט אויך צו אומות (העולם) געגעבן די תשובה צום לעבן.
18 E, ouvindo estas coisas, apaziguaram-se, e glorificaram a Deus, dizendo: Na verdade até aos gentios deu Deus o arrependimento para a vida.
19 און די, וועלכע זענען צעשפרייט געווארן צוליב דער רדיפה, וואס איז געשען איבער סטעפאנוסן, זענען אוועק ביז פעניציען און קפריסין און אנטיאכיען, נישט רעדנדיק דאס ווארט צו קיינעם אחוץ בלויז צו יידן.
19 E os que foram dispersos pela perseguição que sucedeu por causa de Estêvão caminharam até à Fenícia, Chipre e Antioquia, não anunciando a ninguém a palavra, senão somente aos judeus.
20 עס זענען אבער געווען אייניקע פון זיי, מענער פון קפריסין און קירניה, וואס, ווען זיי זענען געקומען קיין אנטיאכיען, האבן גערעדט אפילו צו גריכן, אנזאגנדיק די גוטע בשורה פון דעם האר יהושע/ישוע.
20 E havia entre eles alguns homens chíprios e cirenenses, os quais entrando em Antioquia falaram aos gregos, anunciando o Senhor Jesus.
21 און די האנט פון דעם האר איז געווען מיט זיי, און א גרויסע צאל האבן געגלויבט און זיך געקערט צום האר.
21 E a mão do Senhor era com eles; e grande número creu e se converteu ao Senhor.
22 און די זאך וועגן זיי איז געהערט געווארן אין די אויערן פון דער קהילה, וועלכע איז געווען אין ירושלים, און זיי האבן ארויסגעשיקט בר‑נבאן קיין אנטיאכיען;
22 E chegou a fama destas coisas aos ouvidos da igreja que estava em Jerusalém; e enviaram Barnabé a Antioquia.
23 וועלכער האט זיך געפריידט, ווען ער איז אהינגעקומען און געזען דעם חסד פון ה׳; און האט אלעמען מזהיר געווען, זיך צו באהעפטן צום האר מיט אן אנטשלאסן הארץ;
23 O qual, quando chegou, e viu a graça de Deus, se alegrou, e exortou a todos a que permanecessem no Senhor, com propósito de coração;
24 ווייל ער איז געווען אן איש טוב און אנגעפילט מיט דעם רוח הקודש און מיט אמונה; און אן אנגעזעענער המון מענטשן האט זיך אונטערטעניק געמאכט צום האר.
24 Porque era homem de bem e cheio do Espírito Santo e de fé. E muita gente se uniu ao Senhor.
25 און ער איז ארויסגעגאנגען קיין טרסוס אויפצוזוכן שאולן;
25 E partiu Barnabé para Tarso, a buscar Saulo; e, achando-o, o conduziu para Antioquia.
26 און געפינענדיק אים, האט ער אים אוועקגעפירט קיין אנטיאכיען. און עס איז געשען, במשך פון א גאנץ יאר האבן זיי זיך פארזאמלט אין דער קהלה און געלערנט א גרויסן עולם מענטשן; און צוערשט אין אנטיאכיען האט מען די תלמידים גערופן משיחיסטים.
26 E sucedeu que todo um ano se reuniram naquela igreja, e ensinaram muita gente; e em Antioquia foram os discípulos, pela primeira vez, chamados cristãos.
27 אין די דאזיקע טעג זענען אראפגעקומען נביאים פון ירושלים קיין אנטיאכיען.
27 E naqueles dias desceram profetas de Jerusalém para Antioquia.
28 און איינער פון זיי מיטן נאמען אגאבוס איז אויפגעשטאנען און האט געוויזן דורך דעם רוח הקודש, אז עס וועט זיין א גרויסער הונגער אין דער גאנצער וועלט; וואס איז געקומען אין די טעג פון קלוידיוס.
28 E, levantando-se um deles, por nome Ágabo, dava a entender pelo Espírito, que haveria uma grande fome em todo o mundo, e isso aconteceu no tempo de Cláudio César.
29 און די תלמידים האבן באשלאסן, אז יעדער איינער פון זיי, לויט זיינע מעגלעכקייטן, זאל שיקן צו דער אונטערשטיצונג פון די ברידער, וועלכע וואוינען אין יהודה.
29 E os discípulos determinaram mandar, cada um conforme o que pudesse, socorro aos irmãos que habitavam na Judéia.
30 דאס האבן זיי אויך געטאן, שיקנדיק עס צו די זקנים דורך דער האנט פון בר‑נבא און שאול.
30 O que eles com efeito fizeram, enviando-o aos anciãos por mão de Barnabé e de Saulo.

Ler em outra tradução

Comparar com outra

Estude este capítulo no WhatsApp

Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Atos 11, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.