Apocalipse 18

ydd (YDD) vs ARC

Sair da comparação
ARC Almeida Revista e Corrigida 2009
1 נאך דעם האב איך געזען אן אנדערן מלאך אראפקומען פון הימל, האבנדיק גרויס מאכט; און די ערד איז באלויכט געווארן פון זיין הערלעכקייט.
1 E, depois destas coisas, vi descer do céu outro anjo, que tinha grande poder, e a terra foi iluminada com a sua glória.
2 און ער האט א געשריי געטאן מיט א שטארק קול, אזוי צו זאגן: געפאלן, געפאלן איז בבל די גרויסע, און געווארן איז זי א וואוינונג פאר טייוולאנים, און א געפענקעניש פאר יעדן אומריינעם גייסט, און א תפיסה פאר איטלעכן אומריינעם און העסלעכן פויגל!
2 E clamou fortemente com grande voz, dizendo: Caiu! Caiu a grande Babilônia e se tornou morada de demônios, e abrigo de todo espírito imundo, e refúgio de toda ave imunda e aborrecível!
3 מחמת פון דעם צארנוויין פון איר זנות זענען געפאלן אלע פעלקער; און אלע מלכים פון דער ערד האבן מזנה געווען מיט איר, און פון דער שפע פון אירע תענוגים זענען די סוחרים פון דער ערד רייך געווארן.
3 Porque todas as nações beberam do vinho da ira da sua prostituição. Os reis da terra se prostituíram com ela. E os mercadores da terra se enriqueceram com a abundância de suas delícias.
4 און איך האב געהערט אן אנדער קול פון הימל זאגן: קומט ארויס פון איר, אָ מיין פאלק, כדי איר זאלט נישט האבן קיין אנטייל אין אירע זינד, און אז איר זאלט נישט באקומען פון אירע מכות;
4 E ouvi outra voz do céu, que dizia: Sai dela, povo meu, para que não sejas participante dos seus pecados e para que não incorras nas suas pragas.
5 ווייל אירע חטאים האבן דערגרייכט ביז צום הימל, און ה׳ האט זיך דערמאנט אירע אומגערעכטיקייטן.
5 Porque já os seus pecados se acumularam até ao céu, e Deus se lembrou das iniquidades dela.
6 פארגעלט איר, ווי זי האט פארגעלטן, און מאכט עס כפלי כפלים לויט אירע מעשים; אין דעם בעכער, אין וועלכען זי האט געמישט, זאלט איר מישן טאפלט פאר איר!
6 Tornai-lhe a dar como ela vos tem dado e retribuí-lhe em dobro conforme as suas obras; no cálice em que vos deu de beber, dai-lhe a ela em dobro.
7 אויף וויפל זי האט זיך פארהערלעכט און געלאזט וואוילגיין, אויף אזויפיל זאלט איר איר געבן ליידן און פיין; ווייל אין איר הארץ זאגט זי: איך זיץ א מלכה, און בין נישט קיין אלמנה, און טרויער וועל איך אויף קיין פאל נישט זען.
7 Quanto ela se glorificou e em delícias esteve, foi-lhe outro tanto de tormento e pranto, porque diz em seu coração: Estou assentada como rainha, não sou viúva e não verei o pranto.
8 דעריבער אין איין טאג וועלן זיי קומען, די מכות אירע, דער טויט און פיין און הונגער; און זי וועט פארברענט ווערן אין פייער; ווייל שטארק איז דער האר ג‑ט, וועלכער משפט זי.
8 Portanto, num dia virão as suas pragas: a morte, e o pranto, e a fome; e será queimada no fogo, porque é forte o Senhor Deus, que a julga.
9 און וויינען און קלאגן וועלן איבער איר די מלכים פון דער ערד, וועלכע האבן מיט איר מזנה געווען און זיך געלאזט וואוילגיין, ווען זיי וועלן קוקן אויף דעם רויך פון איר פייער;
9 E os reis da terra, que se prostituíram com ela e viveram em delícias, a chorarão e sobre ela prantearão, quando virem a fumaça do seu incêndio.
10 פונדערווייטנס וועלן זיי בלייבן שטיין צוליב דער מורא פון אירע ליידן, און וועלן זאגן: וויי, וויי, די שטאט די גרויסע, בבל, די שטאט די שטארקע! מחמת אין איין שעה איז איר משפט געקומען.
10 Estarão de longe pelo temor do seu tormento, dizendo: Ai! Ai daquela grande Babilônia, aquela forte cidade! Pois numa hora veio o seu juízo.
11 און די סוחרים פון דער ערד וויינען און קלאגן איבער איר, ווייל קיינער קויפט נישט מער זייער סחורה;
11 E sobre ela choram e lamentam os mercadores da terra, porque ninguém mais compra as suas mercadorias:
12 סחורה פון גאלד און פון זילבער און פון טייערע שטיינער און פון פערל און פון פיינע לייוונט און פון פורפור און פון זיידנס און פון שארלאך, און יעדעס שמעקעדיקע האלץ און כלערליי כלים פון העלפאנטביין און אלע געפעסן פון קאסטבאר האלץ און פון קופער און אייזן און מארמארשטיין,
12 mercadorias de ouro, e de prata, e de pedras preciosas, e de pérolas, e de linho fino, e de púrpura, e de seda, e de escarlata; e toda madeira odorífera, e todo vaso de marfim, e todo vaso de madeira preciosíssima, de bronze e de ferro, e de mármore;
13 און צימערינג און באלזאם און רויך געווירצן און מירע און וויירויך און וויין און בוימל און זעמלמעל און ווייץ און לאסט בהמות און שאף, און פערד און וועגנס, און שקלאפן און מענטשלעכע נפשות.
13 e cinamomo, e cardamomo, e perfume, e mirra, e incenso, e vinho, e azeite, e flor de farinha, e trigo, e cavalgaduras, e ovelhas; e mercadorias de cavalos, e de carros, e de corpos e de almas de homens.
14 און דאס פירות, וואס דיין זעל האט געגלוסט, איז אוועק פון דיר, און איטלעכע פראכט און גלאנץ איז דיר פארלוירן געגאנגען, און מען וועט זיי בשום אופן מער נישט געפונען.
14 E o fruto do desejo da tua alma foi-se de ti, e todas as coisas gostosas e excelentes se foram de ti, e não mais as acharás.
15 די דאזיקע סוחרים, וואס זענען פון איר רייך געווארן, וועלן שטיין פונדערווייטנס צוליב דער אימה פון אירע ליידן, און וועלן וויינען און טרויערן, זאגנדיק:
15 Os mercadores destas coisas, que com elas se enriqueceram, estarão de longe, pelo temor do seu tormento, chorando, e lamentando,
16 וויי, וויי, די גרויסע שטאט, וואס איז געווען אנגעטאן אין סאטינס און פורפור און שארלאך, און אויסגעצירט מיט גאלד און קאסטבארע שטיינער און פערל!
16 e dizendo: Ai! Ai daquela grande cidade, que estava vestida de linho fino, de púrpura, de escarlata, adornada com ouro e pedras preciosas e pérolas! Porque numa hora foram assoladas tantas riquezas.
17 אז אין איין (איינציקער) שעה איז אזא עשירות חרוב געווארן. און יעדער שיפסקאפיטאן, און יעדער איינער, וואס פארט (פון ארט) צו ארט אויף א שיף, און מאטראז, און אלע, וועלכע ארבעטן אויפן ים, זענען געשטאנען פונדערווייטנס,
17 E todo piloto, e todo o que navega em naus, e todo marinheiro, e todos os que negociam no mar se puseram de longe.
18 און האבן געשריגן, זעענדיק דעם רויך פון איר ברענען, אזוי צו זאגן: ווער (צווישן שטעט) איז גלייך צו דער גרויסער שטאט?
18 E, vendo a fumaça do seu incêndio, clamaram, dizendo: Que cidade é semelhante a esta grande cidade?
19 און האבן געווארפן שטויב אויף זייערע קעפ, און געשריגן, וויינענדיק און קלאגנדיק, אזוי צו זאגן: וויי, וויי, דו גרויסע שטאט! אין וועלכער עס זענען רייך געווארן אלע, וואס האבן געהאט שיפן אויפן ים, פון איר וואוילשטאנד! אז אין איין (איינציקער) שעה איז זי חרוב געווארן.
19 E lançaram pó sobre a cabeça e clamaram, chorando, e lamentando, e dizendo: Ai! Ai daquela grande cidade, na qual todos os que tinham naus no mar se enriqueceram em razão da sua opulência! Porque numa hora foi assolada.
20 פריי דיך איבער איר, אָ הימל, און די קדושים, און די שליחים, און די נביאים; ווייל ה׳ האט געמשפט אייער משפט אויף איר.
20 Alegra-te sobre ela, ó céu, e vós, santos apóstolos e profetas, porque já Deus julgou a vossa causa quanto a ela.
21 און א שטארקער מלאך האט אויפגעהויבן א שטיין, ווי א גרויסער מילשטיין, און אים געווארפן אין ים אריין, זאגנדיק: מיט אזא אימפעט אָ וועט בבל, די גרויסע שטאט, צעווארפן ווערן, און זיך שוין מער נישט געפינען!
21 E um forte anjo levantou uma pedra como uma grande mó e lançou- a no mar, dizendo: Com igual ímpeto será lançada Babilônia, aquela grande cidade, e não será jamais achada.
22 און קיין קלאנג פון הארפנשפילער און זינגער און שפילער אויף א פלייט און טרומייטערער וועט שוין מער נישט געהערט ווערן אין דיר; און קיין קינסטלער פון קיין שום קונסט וועט אין דיר מער נישט געפונען ווערן; און דאס גערויש פון א מיל וועט מער נישט געהערט ווערן אין דיר;
22 E em ti não se ouvirá mais a voz de harpistas, e de músicos, e de flauteiros, e de trombeteiros, e nenhum artífice de arte alguma se achará mais em ti; e ruído de mó em ti se não ouvirá mais;
23 און דאס ליכט פון א לייכטער וועט מער נישט שיינען אין דיר; און דאס קול פון א חתן און א כלה וועט מער נישט געהערט ווערן אין דיר; מחמת דיינע קויפלייט זענען געווען די פירשטן פון דער ערד; ווייל דורך דיין כישוף זענען פארפירט געווארן אלע פעלקער.
23 e luz de candeia não mais luzirá em ti, e voz de esposo e de esposa não mais em ti se ouvirá; porque os teus mercadores eram os grandes da terra; porque todas as nações foram enganadas pelas tuas feitiçarias.
24 און אין איר איז געפונען געווארן דאס בלוט פון די נביאים און קדושים, און פון אלע הרוגים אויף דער ערד.
24 E nela se achou o sangue dos profetas, e dos santos, e de todos os que foram mortos na terra.

Ler em outra tradução

Comparar com outra

Estude este capítulo no WhatsApp

Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Apocalipse 18, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.