Apocalipse 17

ydd (YDD) vs VC

Sair da comparação
VC Versão Católica
1 און עס איז געקומען איינער פון די זיבן מלאכים, וועלכע האבן געהאט די זיבן געפעסן, און האט גערעדט מיט מיר, אזוי צו זאגן: קום, איך וועל דיר ווייזן דאס משפט פון דער גרויסער זונה, וואס זיצט אויף פיל וואסערן;
1 Veio, então, um dos sete Anjos que tinham as sete taças e falou comigo: Vem, e eu te mostrarei a condenação da grande meretriz, que se assenta à beira das muitas águas,
2 מיט וועלכער די מלכים פון דער ערד האבן מזנה געווען, און די איינוואוינער פון דער ערד האבן זיך אנגעשיכורט מיט דעם וויין פון איר זנות.
2 com a qual se contaminaram os reis da terra. Ela inebriou os habitantes da terra com o vinho da sua luxúria.
3 און ער האט מיך אוועקגעפירט אינם גייסט אין א מדבר אריין; און איך האב געזען א פרוי זיצן אויף א שארלאך רויטער חיה, פול מיט נעמען פון לעסטערונג, און מיט זיבן קעפ און צען הערנער.
3 Transportou-me, então, em espírito ao deserto. Eu vi uma mulher assentada em cima de uma fera escarlate, cheia de nomes blasfematórios, com sete cabeças e dez chifres.
4 און די פרוי איז געווען אנגעטאן אין פורפור און שארלאך, און אויסגעצירט מיט גאלד און איידלשטיינער און פערל, און האט געהאט א גאלדענעם בעכער אין איר האנט, פול פון אומווירדיקייטן און די אומזויבערקייטן פון איר זנות,
4 A mulher estava vestida de púrpura e escarlate, adornada de ouro, pedras preciosas e pérolas. Tinha na mão uma taça de ouro, cheia de abominação e de imundície de sua prostituição.
5 און אויף איר שטערן איז געווען אויפגעשריבן א נאמען, א סוד; בבל די גרויסע, די מוטער פון די זונות און פון די אומווירדיקייטן פון דער ערד.
5 Na sua fronte estava escrito um nome simbólico: Babilônia, a Grande, a mãe da prostituição e das abominações da terra.
6 און איך האב געזען די פרוי שכור מיט דעם בלוט פון די קדושים, און מיט דעם בלוט פון ישועס עדות. און זעענדיק זי, בין איך נשתומם געווארן מיט א גרויסער דערשטוינונג.
6 Vi que a mulher estava ébria do sangue dos santos e do sangue dos mártires de Jesus; e esta visão encheu-me de espanto.
7 און דער מלאך האט צו מיר געזאגט; פארוואס ביסטו נשתומם געווארן? איך וועל דיר אויסזאגן דעם סוד פון דער פרוי, און פון דער חיה, וואס טראגט זי און וואס האט די זיבן קעפ און די צען הערנער.
7 Mas o anjo me disse: Por que te admiras? Eu mesmo te vou dizer o simbolismo da mulher e da Fera de sete cabeças e dez chifres que a carrega.
8 די חיה, וואס דו האסט געזען, איז געווען, און איז (מער) נישטא, און וועט ארויפשטייגן אויס דעם תהום און גיין צו פארדארבונג. און די איינוואוינער אויף דער ערד, וועמעס נאמען איז נישט פארשריבן אין דעם ספר החיים פון בריאת העולם אָן, וועלן זיך וואונדערן, ווען זיי וועלן זען די חיה, אז זי איז געווען און איז (מער) נישטא און וועט ווידער זיין.
8 A Fera que tu viste era, mas já não é; ela deve subir do abismo, mas irá à perdição. Admirar-se-ão os habitantes da terra, cujos nomes não estão escritos no livro da vida, desde o começo do mundo, vendo reaparecer a Fera que era e já não é mais.
9 דא איז דער זין, וואס האט חכמה: די זיבן קעפ זענען זיבן בערג, אויף וועלכע די פרוי זיצט;
9 Aqui se requer uma inteligência penetrante. As sete cabeças são sete montanhas sobre as quais se assenta a mulher.
10 און זענען זיבן מלכים; פינף זענען געפאלן, איינער איז דא, דער אנדערער איז נאך נישט געקומען; און ווען ער וועט קומען, מוז ער בלייבן א קורצע צייט.
10 São também sete reis: cinco já caíram, um subsiste, o outro ainda não veio; e quando vier, deve permanecer pouco tempo.
11 און די חיה, וואס איז געווען און איז (מער) נישטא, איז אליין אויך דער אכטער, און איז פון די זיבן; און גייט צו פארדארבונג.
11 Quanto à Fera que era e já não é, ela mesma é um oitavo {rei}. Todavia, é um dos sete e caminha para a perdição.
12 און די צען הערנער, וואס דו האסט געזען, זענען צען מלכים, וועלכע האבן נאך נישט באקומען קיין קעניגרייך; נאר זיי באקומען ממשלה ווי מלכים מיט דער חיה אויף איין שעה.
12 Os dez chifres que viste são dez reis que ainda não receberam o reino, mas que receberão por um momento poder real com a Fera.
13 די דאזיקע האבן איין מיינונג, און געבן זייער כוח און ממשלה צו דער חיה.
13 Eles têm o mesmo pensamento: transmitir à Fera a sua força e o seu poder.
14 זיי וועלן מלחמה האלטן מיט דעם לעמעלע, און דאס לעמעלע וועט זיי מנצח זיין, ווייל עס איז האר איבער הארן, און קעניג איבער קעניגן; און די, וועלכע זענען מיט אים, זענען גערופענע און אויסדערוויילטע און געטרייע.
14 Combaterão contra o Cordeiro, mas o Cordeiro os vencerá, porque é Senhor dos senhores e Rei dos reis. Aqueles que estão com ele são os chamados, os escolhidos, os fiéis.
15 און ער זאגט צו מיר: די וואסערן, וואס דו האסט געזען, וואו די זונה זיצט, זענען פעלקער און המונים מענטשן און אומות און לשונות.
15 O anjo me disse: As águas que viste, à beira das quais a Prostituta se assenta, são povos e multidões, nações e línguas.
16 און די צען הערנער, וואס דו האסט געזען, און די חיה, זיי וועלן האסן די זונה, און וועלן זי מאכן וויסט און נאקעט, און וועלן פארצערן איר פלייש, און זי פארברענען אין פייער.
16 Os dez chifres que viste, assim como a Fera, odiarão a Prostituta. Hão de despojá-la e desnudá-la. Hão de comer-lhe as carnes e a queimarão ao fogo.
17 ווארום ה׳ האט עס זיי געגעבן אין זייערע הערצער אריין, צו טאן זיין עצה, און צו מאכן איין דעה, און צו געבן זייער קעניגרייך צו דער חיה, ביז ה׳ס ווערטער וועלן דערפילט ווערן.
17 Porque Deus lhes incutiu o desejo de executarem os seus desígnios, de concordarem em ceder sua soberania à Fera, até que se cumpram as palavras de Deus.
18 און די פרוי, וואס דו האסט געזען, איז די גרויסע שטאט, וואס האט א מלכות איבער די מלכים פון דער ערד.
18 A mulher que viste é a grande cidade, aquela que reina sobre os reis da terra.

Ler em outra tradução

Comparar com outra

Estude este capítulo no WhatsApp

Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Apocalipse 17, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.