Apocalipse 13

ydd (YDD) vs VC

Sair da comparação
VC Versão Católica
1 און איך האב געזען א חיה ארויפשטייגן אויס דעם ים, האבנדיק צען הערנער און זיבן קעפ, און אויף אירע הערנער צען דיאדעמען, און אויף אירע קעפ נעמען פון לעסטערונג.
1 Vi, então, levantar-se do mar uma Fera que tinha dez chifres e sete cabeças; sobre os chifres, dez diademas; e nas suas cabeças, nomes blasfematórios.
2 און די חיה, וואס איך האב געזען, איז געווען ענלעך צו א לעמפערט, און אירע פיס, ווי פון א בער, און איר מויל, ווי דאס מויל פון א לייב; און די שלאנג האט איר געגעבן איר גבורה און איר טראן און גרויסע ממשלה.
2 A Fera que eu vi era semelhante a uma pantera: os pés como de urso, e as fauces como de leão. Deu-lhe o Dragão o seu poder, o seu trono e grande autoridade.
3 און איינער פון אירע קעפ, ווי פארוואונדעט צום טויט; און איר טויטלעכע מכה האט זיך אויסגעהיילט; און די גאנצע ערד האט נאכגעקוקט מיט פארוואונדערונג אויף דער חיה;
3 Uma das suas cabeças estava como que ferida de morte, mas essa ferida de morte fora curada. E todos, pasmados de admiração, seguiram a Fera
4 און מען האט זיך געבוקט צו דער שלאנג, ווייל זי האט געגעבן די ממשלה צו דער חיה; אויך האט מען זיך געבוקט צו דער חיה, אזוי צו זאגן: ווער איז גלייך צו דער חיה? און ווער קען מלחמה האלטן מיט איר?
4 e prostraram-se diante do Dragão, porque dera seu prestígio à Fera, e prostraram-se igualmente diante da Fera, dizendo: Quem é semelhante à Fera e quem poderá lutar com ela?
5 און עס איז איר געגעבן געווארן א מויל, וואס רעדט גרויסע זאכן און לעסטערונגען; און עס איז איר געגעבן געווארן מאכט צו טאן (אירע מעשים) צוויי און פערציק חדשים לאנג.
5 Foi-lhe dada a faculdade de proferir arrogâncias e blasfêmias, e foi-lhe dado o poder de agir por quarenta e dois meses.
6 און זי האט געעפנט איר מויל צו לעסטערונגען אנטקעגן ה׳, צו לעסטערן זיין נאמען און זיין משכן און די, וועלכע וואוינען אין הימל.
6 Abriu, pois, a boca em blasfêmias contra Deus, para blasfemar o seu nome, o seu tabernáculo e os habitantes do céu.
7 און עס איז איר געגעבן געווארן צו פירן א מלחמה קעגן די קדושים, און זיי מנצח צו זיין; און עס איז איר געגעבן געווארן ממשלה איבער יעדן שבט און פאלק און לשון און אומה. (דניאל ז, כא, כה.)
7 Foi-lhe dado, também, fazer guerra aos santos e vencê-los. Recebeu autoridade sobre toda tribo, povo, língua e nação,
8 און עס וועלן זיך בוקן צו איר אלע איינוואוינער פון דער ערד, וועמעס נאמען איז נישט פארשריבן אין דעם ספר החיים פון דעם לעמעלע, וואס איז געשחטן געווארן זינט בריאת העולם.
8 e hão de adorá-la todos os habitantes da terra, cujos nomes não estão escritos desde a origem do mundo no livro da vida do Cordeiro imolado.
9 אויב עמיצער האט אן אויער, זאל ער הערן.
9 Quem tiver ouvidos, ouça!
10 אויב איינער נעמט געפאנגען, וועט ער גיין אין געפאנגענשאפט; אויב איינער טייט מיט דער שווערד, מוז ער אליין געטייט ווערן מיט דער שווערד. דא אָ איז די סבלנות און דער גלויבן פון די קדושים.
10 Quem procura prender será preso. Quem matar pela espada, pela espada deve ser morto. Esta é a ocasião para a constância e a confiança dos santos!
11 און איך האב געזען אן אנדערע חיה ארויפשטייגן פון דער ערד; און זי האט געהאט צוויי הערנער, ענלעך צום לעמעלע, און גערעדט ווי א שלאנג.
11 Vi, então, outra Fera subir da terra. Tinha dois chifres como um cordeiro, mas falava como um dragão.
12 און עס האט אויסגענוצט די גאנצע ממשלה פון דער ערשטער חיה פאר איר און מאכט די ערד און די, וואס וואוינען אויף איר, אז זיי זאלן זיך בוקן צו דער ערשטער חיה, וואס איר טויטלעכע מכה האט זיך אויסגעהיילט.
12 Ela exercia todo o poder da primeira Fera, sob a vigilância desta, e fez com que a terra e os seus habitantes adorassem a primeira Fera {cuja ferida de morte havia sido curada}.
13 און טוט גרויסע מופתים, אז אפילו פייער פון הימל מאכט זי אראפנידערן אויף דער ערד פאר די מענטשן.
13 Realizou grandes prodígios, de modo que até fez descer fogo do céu sobre a terra, à vista dos homens.
14 און פארפירט די איינוואוינער אויף דער ערד דורך די מופתים, וואס זענען איר געגעבן געווארן צו טאן פאר דער חיה; און זאגט צו די איינוואוינער אויף דער ערד, אז זיי זאלן מאכן א בילד צו דער חיה, וואס האט די וואונד פון דער שווערד און איז (געבליבן) לעבן.
14 Seduziu os habitantes da terra com os prodígios que lhe era dado fazer sob a vigilância da Fera, persuadindo-os a fazer uma imagem da Fera que sobrevivera ao golpe da espada.
15 און עס איז איר געגעבן געווארן אריינצוגעבן אטעם אין דעם בילד פון דער חיה, כדי דאס בילד פון דער חיה זאל אויך רעדן, און מאכן, אז אלע, וואס וועלן זיך נישט בוקן צום בילד פון דער חיה, זאלן געטייט ווערן.
15 Foi-lhe dado, também, comunicar espírito à imagem da Fera, de modo que essa imagem se pusesse a falar e fizesse com que fosse morto todo aquele que não se prostrasse diante dela.
16 און זי מאכט אלעמען, די קליינע און די גרויסע, סאי די רייכע סאי די ארעמע, סאי די פרייע סאי די קנעכט, אז זיי זאלן זיך געבן א סימן אויף זייער רעכטער האנט אדער אויף זייער שטערן;
16 Conseguiu que todos, pequenos e grandes, ricos e pobres, livres e escravos, tivessem um sinal na mão direita e na fronte,
17 און אז קיינער זאל נישט קענען קויפן אדער פארקויפן, אויב ער האט נישט דעם סימן, דעם נאמען פון דער חיה, אדער די צאל פון איר נאמען.
17 e que ninguém pudesse comprar ou vender, se não fosse marcado com o nome da Fera, ou o número do seu nome.
18 דא איז די חכמה. ווער עס האט פארשטאנד, דער זאל בארעכענען די צאל פון דער חיה; ווארום עס איז די צאל פון א מענטשן; און איר צאל איז זעקס הונדערט זעקס און זעכציק.
18 Eis aqui a sabedoria! Quem tiver inteligência, calcule o número da Fera, porque é número de um homem, e esse número é seiscentos e sessenta e seis.

Ler em outra tradução

Comparar com outra

Estude este capítulo no WhatsApp

Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Apocalipse 13, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.