Apocalipse 12
ydd (YDD) vs NVI
1 און א גרויס מופת האט זיך באוויזן אין הימל: א פרוי געקליידט מיט דער זון, און די לבנה אונטער אירע פיס, און אויף איר קאפ א קרוין פון צוועלף שטערן;
1 Apareceu no céu um sinal extraordinário: uma mulher vestida do sol, com a lua debaixo dos seus pés e uma coroa de doze estrelas sobre a cabeça.
2 און זי איז מעוברת און שרייט פון ווייען און שמארצן (גייענדיק) צו קינד.
2 Ela estava grávida e gritava de dor, pois estava para dar à luz.
3 און אן אנדערער צייכן האט זיך באוויזן אין הימל; און אָט א גרויסע שלאנג, פייער רויט, מיט זיבן קעפ און צען הערנער, און אויף די קעפ אירע זיבן דיאדעמען.
3 Então apareceu no céu outro sinal: um enorme dragão vermelho com sete cabeças e dez chifres, tendo sobre as cabeças sete coroas.
4 און איר וויידל ציט אראפ א דריט חלק פון די שטערן פון הימל, און האט זיי געשליידערט אויף דער ערד; און די שלאנג האט זיך געשטעלט פאר דער פרוי, וועלכע האט געהאלטן ביים געבוירן, כדי ווען זי וועט האבן איר קינד, זאל זי (די שלאנג) עס איינשלינגען.
4 Sua cauda arrastou consigo um terço das estrelas do céu, lançando-as na terra. O dragão colocou-se diante da mulher que estava para dar à luz, para devorar o seu filho no momento em que nascesse.
5 און זי האט געהאט א בן זכר, וועלכער וועט הערשן איבער אלע פעלקער מיט אן אייזערנער רוט (תהלים ב, ח-ט.); און איר קינד איז ארויפגעכאפט געווארן צו ה׳ און צו זיין כסא הכבוד.
5 Ela deu à luz um filho, um homem, que governará todas as nações com cetro de ferro. Seu filho foi arrebatado para junto de Deus e de seu trono.
6 און די פרוי איז אנטרונען אין דער מדבר אריין, וואו זי האט געהאט אן ארט צוגעגרייט פון ה׳, כדי מען זאל זי דארט דערנערן טויזנט צוויי הונדערט און זעכציק טעג.
6 A mulher fugiu para o deserto, para um lugar que lhe havia sido preparado por Deus, para que ali a sustentassem durante mil duzentos e sessenta dias.
7 און עס איז געווארן א מלחמה אין הימל: מיכאל און זיינע מלאכים האבן מלחמה געהאלטן מיט דער שלאנג; אויך די שלאנג און אירע מלאכים האבן מלחמה געהאלטן;
7 Houve então uma guerra no céu. Miguel e seus anjos lutaram contra o dragão, e o dragão e os seus anjos revidaram.
8 און האבן נישט גובר געווען, און זייער ארט האט זיך מער נישט געפונען אין הימל.
8 Mas estes não foram suficientemente fortes, e assim perderam o seu lugar no céu.
9 און די גרויסע שלאנג איז אראפגעווארפן געווארן, דער נחש הקדמוני, וואס הייסט טייוול און שׂטן, וועלכער האט פארפירט די גאנצע באוואוינטע וועלט; ער איז אראפגעווארפן געווארן אויף דער ערד, און זיינע מלאכים זענען אראפגעווארפן געווארן מיט אים.
9 O grande dragão foi lançado fora. Ele é a antiga serpente chamada diabo ou Satanás, que engana o mundo todo. Ele e os seus anjos foram lançado à terra.
10 און איך האב געהערט א הויך קול אין הימל זאגן: איצט איז געקומען די ישועה און די מאכט און דאס מלכות פון אונדזער ג‑ט, און די ממשלה פון זיין משיח; ווייל אראפגעווארפן איז געווארן דער קטיגור פון אונדזערע ברידער, וועלכער האט זיי פארקלאגט פאר אונדזער ג‑ט טאג און נאכט.
10 Então ouvi uma forte voz do céu que dizia: "Agora veio a salvação, o poder e o Reino do nosso Deus, e a autoridade do seu Cristo, pois foi lançado fora o acusador dos nossos irmãos, que os acusa diante do nosso Deus, dia e noite.
11 און זיי האבן אים מנצח געווען דורך דעם בלוט פון דעם לעמעלע, און דורך דעם ווארט פון זייער עדות זאגן; און האבן נישט ליב געהאט זייער לעבן ביז צום טויט.
11 Eles o venceram pelo sangue do Cordeiro e pela palavra do testemunho que deram; diante da morte, não amaram a própria vida.
12 צוליב דעם פריידט זיך, איר הימלען, און איר, וועלכע וואוינט אין זיי. וויי צו דער ערד און צום ים! ווייל דער טייוול האט אראפגענידערט צו אייך, האבנדיק א געוואלדיקן צארן, וויסנדיק, אז ער האט בלויז א קליינע צייט.
12 Portanto, celebrem, ó céus, e os que neles habitam! Mas, ai da terra e do mar, pois o diabo desceu até vocês! Ele está cheio de fúria, pois sabe que lhe resta pouco tempo".
13 און ווען די שלאנג האט געזען, אז זי איז אראפגעווארפן געווארן אויף דער ערד, האט זי פארפאלגט די פרוי, וועלכע האט געבוירן דעם זכר.
13 Quando o dragão viu que havia sido lançado à terra, começou a perseguir a mulher que dera à luz o menino.
14 און די צוויי פליגל פון דעם גרויסן אדלער זענען געגעבן געווארן דער פרוי, כדי זי זאל אוועקפליען אין דער מדבר אריין אויף איר ארט, וואו זי ווערט געשפייזט א צייט און צייטן און א האלבע צייט, ווייט פון דעם פנים פון דער שלאנג.
14 Foram dadas à mulher as duas asas da grande águia, para que ela pudesse voar para o lugar que lhe havia sido preparado no deserto, onde seria sustentada durante um tempo, tempos e meio tempo, fora do alcance da serpente.
15 און די שלאנג האט אויסגעשפיגן פון איר מויל הינטער דער פרוי וואסער, ווי א שטראם, כדי זי זאל מיטגעריסן ווערן פון דעם שטראם.
15 Então a serpente fez jorrar da sua boca água como um rio, para alcançar a mulher e arrastá-la com a correnteza.
16 און די ערד איז געקומען דער פרוי צו הילף, און די ערד האט אויפגעמאכט איר מויל, און איינגעשלונגען דעם שטראם, וואס די שלאנג האט אויסגעשפיגן פון איר מויל.
16 A terra, porém, ajudou a mulher, abrindo a boca e engolindo o rio que o dragão fizera jorrar da sua boca.
17 און די שלאנג איז געווארן צארנדיק אויף דער פרוי, און איז אוועק מלחמה האלטן מיט די איבריקע פון איר זאמען, וואס היטן אפ ה׳ס געבאטן און האבן דאס עדות פון יהושען/ישוען.
17 O dragão irou-se contra a mulher e saiu para guerrear contra o restante da sua descendência, os que obedecem aos mandamentos de Deus e se mantêm fiéis ao testemunho de Jesus.
18 און זי (די שלאנג) האט זיך געשטעלט אויף דעם זאמד ביים ים.
18 Então o dragão se pôs em pé na areia do mar.
Atalhos do teclado
- Capítulo anterior←
- Próximo capítulo→
- Versículo anteriork
- Próximo versículoj
- Limpar seleçãoEsc
- Esta ajuda?
Estude este capítulo no WhatsApp
Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Apocalipse 12, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.