Apocalipse 11

ydd (YDD) vs ARIB

Sair da comparação
ARIB Almeida Revisada Imprensa Bíblica
1 און מען האט מיר געגעבן א טראשטשינע, גלייך צו א מאסשטאב; און מיר געזאגט: שטיי אויף, און מעסט דעם היכל פון ה׳, און דעם מזבח, און די, וועלכע בוקן זיך דרינען.
1 Foi-me dada uma cana semelhante a uma vara; e foi-me dito: Levanta-te, mede o santuário de Deus, e o altar, e os que nele adoram.
2 און דעם חצר אין דרויסן פונם היכל זאלסטו אויסלאזן, און אים נישט מעסטן, ווייל ער איז געגעבן געווארן צו די אומות (העולם); און די הייליקע שטאט וועלן זיי צעטרעטן צוויי און פערציק חדשים לאנג.
2 Mas deixa o átrio que está fora do santuário, e não o meças; porque foi dado aos gentios; e eles pisarão a cidade santa por quarenta e dois meses.
3 און איך וועל געבן מיינע צוויי עדות, און זיי וועלן נבואות זאגן טויזנט צוויי הונדערט און זעכציק טעג לאנג, אנגעטאן אין זעק.
3 E concederei às minhas duas testemunhas que, vestidas de saco, profetizem por mil duzentos e sessenta dias.
4 די דאזיקע זענען די צוויי איילבערטביימער און די צוויי מנורות, וואס שטייען פאר דעם רבונו של עולם.
4 Estas são as duas oliveiras e os dois candeeiros que estão diante do Senhor da terra.
5 און אויב עמיצער וויל זיי שאדן טאן, גייט ארויס א פייער פון זייער מויל און פארצערט זייערע שונאים; און אויב עמיצער וועט זיי וועלן שאדן טאן, מוז ער אָט אזוי אומקומען.
5 E, se alguém lhes quiser fazer mal, das suas bocas sairá fogo e devorará os seus inimigos; pois se alguém lhes quiser fazer mal, importa que assim seja morto.
6 די דאזיקע האבן די מאכט צו פארשליסן דעם הימל, כדי עס זאל נישט פאלן קיין רעגן אין די טעג פון זייער נבואה; און האבן מאכט איבער די וואסערן, צו פארקערן זיי צו בלוט, און צו שלאגן די ערד מיט יעדער פלאג, ווי אפט זיי ווילן נאר.
6 Elas têm poder para fechar o céu, para que não chova durante os dias da sua profecia; e têm poder sobre as águas para convertê-las em sangue, e para ferir a terra com toda sorte de pragas, quantas vezes quiserem.
7 און ווען זיי וועלן פארענדיקן זייער עדות זאגן, וועט די חיה, וואס קומט ארויף אויס דעם תהום, מלחמה האלטן מיט זיי, און זיי מנצח זיין, און זיי טייטן.
7 E, quando acabarem o seu testemunho, a besta que sobe do abismo lhes fará guerra e as vencerá e matará.
8 און זייערע לייבער וועלן ליגן אויף דער גאס פון דער גרויסער שטאט, וואס, רוחניותדיק גערעדט, הייסט סדום און מצרים, וואו אויך זייער האר איז אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן.
8 E jazerão os seus corpos na praça da grande cidade, que espiritualmente se chama Sodoma e Egito, onde também o seu Senhor foi crucificado.
9 און (לייט) פון פעלקער און שבטים און לשונות און אומות קוקן אויף זייערע גופים דריי מיט א האלבן טאג לאנג, און דערלאזן נישט, אז מען זאל לייגן זייערע גופים אין א קבר אריין.
9 Homens de vários povos, e tribos e línguas, e nações verão os seus corpos por três dias e meio, e não permitirão que sejam sepultados.
10 און די איינוואוינער אויף דער ערד פרייען זיך איבער זיי, און זענען זיך משמח; און וועלן זיך שיקן מתנות איינער דעם אנדערן; ווייל די דאזיקע צוויי נביאים האבן געפייניקט די איינוואוינער אויף דער ערד.
10 E os que habitam sobre a terra se regozijarão sobre eles, e se alegrarão; e mandarão presentes uns aos outros, porquanto estes dois profetas atormentaram os que habitam sobre a terra.
11 און נאך דריי און א האלבן טאג איז אריינגעגאנגען אין זיי א גייסט פון לעבן פון ה׳, און זיי האבן זיך געשטעלט אויף זייערע פיס; און א גרויסע מורא איז געפאלן אויף די, וואס האבן זיי געזען.
11 E depois daqueles três dias e meio o espírito de vida, vindo de Deus, entrou neles, e puseram-se sobre seus pés, e caiu grande temor sobre os que os viram.
12 און האבן געהערט א הויך קול פון הימל זאגן צו זיי: קומט ארויף אהער! און זיי זענען ארויפגעגאנגען אין הימל אריין אין א וואלקן; און זייערע שונאים האבן זיי געזען.
12 E ouviram uma grande voz do céu, que lhes dizia: Subi para cá. E subiram ao céu em uma nuvem; e os seus inimigos os viram.
13 און אין יענער שעה איז געווארן א גרויסע ערדציטערניש, און א צענטל פון דער שטאט איז איינגעפאלן; און אין דער ערדציטערניש זענען אומגעקומען זיבן טויזנט מענטשן; און די איבריקע זענען פול געווארן מיט מורא, און האבן אפגעגעבן כבוד צום ג‑ט פון הימל.
13 E naquela hora houve um grande terremoto, e caiu a décima parte da cidade, e no terremoto foram mortos sete mil homens; e os demais ficaram atemorizados, e deram glória ao Deus do céu.
14 דער צווייטער וויי איז אריבער; אָט קומט דער דריטער וויי אין גיכן.
14 É passado o segundo ai; eis que cedo vem o terceiro.
15 און דער זיבעטער מלאך האט געבלאזן; און עס זענען געקומען הויכע קולות אין הימל, אזוי צו זאגן: דאס מלכות פון דער וועלט איז געווארן (דאס מלכות) פון אונדזער האר און פון זיין משיח; און ער וועט קעניגן לעלמי עולמים. (דניאל ז, יג-יד.)
15 E tocou o sétimo anjo a sua trombeta, e houve no céu grandes vozes, que diziam: O reino do mundo passou a ser de nosso Senhor e do seu Cristo, e ele reinará pelos séculos dos séculos.
16 און די פיר און צוואנציק זקנים, וועלכע זיצן אויף זייערע טראנען פאר ה׳, זענען אנידערגעפאלן אויף זייערע פנימער און האבן זיך געבוקט צו ה׳,
16 E os vinte e quatro anciãos, que estão assentados em seus tronos diante de Deus, prostraram-se sobre seus rostos e adoraram a Deus,
17 און געזאגט: מיר דאנקען דיר, האר ג‑ט, אלמעכטיקער, וועלכער ביסט און ביסט געווען; ווייל דו האסט גענומען דיין גרויסע ממשלה און קעניגסט.
17 dizendo: Graças te damos, Senhor Deus Todo-Poderoso, que és, e que eras, porque tens tomado o teu grande poder, e começaste a reinar.
18 און די פעלקער זענען געווארן צארנדיק, און דיין צארן איז געקומען, און די צייט פון די מתים, געמשפט צו ווערן, און צו געבן דעם שכר צו דיינע קנעכט די נביאים, און צו די קדושים, און די, וועלכע פארכטן זיך פאר דיין נאמען, די קליינע און די גרויסע, און צו פארדארבן די פארדארבער פון דער ערד.
18 Iraram-se, na verdade, as nações; então veio a tua ira, e o tempo de serem julgados os mortos, e o tempo de dares recompensa aos teus servos, os profetas, e aos santos, e aos que temem o teu nome, a pequenos e a grandes, e o tempo de destruíres os que destroem a terra.
19 און עס האט זיך אויפגעמאכט דער היכל פון ה׳ אין הימל, און אין זיין היכל האט זיך באוויזן דער ארון הברית; און עס זענען געקומען בליצן און קולות און דונערן און אן ערדציטערניש און א געוואלדיקער האגל.
19 Abriu-se o santuário de Deus que está no céu, e no seu santuário foi vista a arca do seu pacto; e houve relâmpagos, vozes e trovões, e terremoto e grande saraivada.

Ler em outra tradução

Comparar com outra

Estude este capítulo no WhatsApp

Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Apocalipse 11, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.