Apocalipse 10

ydd (YDD) vs ACF

Sair da comparação
ACF Almeida Corrigida Fiel
1 און איך האב געזען אן אנדערן געוואלטיקן מלאך אראפנידערן פון הימל, איינגעהילט אין א וואלקן; און דער רעגנבויגן איז געווען איבער זיין קאפ, און זיין פנים איז געווען ווי די זון, און זיינע פיס, ווי זיילן פייער;
1 E vi outro anjo forte, que descia do céu, vestido de uma nuvem; e por cima da sua cabeça estava o arco celeste, e o seu rosto era como o sol, e os seus pés como colunas de fogo;
2 און אין זיין האנט האט ער געהאט א קליין אפן ספר; און האט געשטעלט זיין רעכטן פוס אויפן ים, און דעם לינקן אויף דער יבשה;
2 E tinha na sua mão um livrinho aberto. E pôs o seu pé direito sobre o mar, e o esquerdo sobre a terra;
3 און האט א געשריי געטאן מיט א הויך קול, אזויווי א לייב ברומט; און ווען ער האט געהאט געשריגן, האבן די זיבן דונערן גערעדט מיט זייערע קולות.
3 E clamou com grande voz, como quando ruge um leão; e, havendo clamado, os sete trovões emitiram as suas vozes.
4 און ווען די זיבן דונערן האבן געהאט גערעדט, האב איך געוואלט שרייבן; און האב געהערט א קול פון הימל זאגן: פארחתמע וואס די זיבן דונערן האבן גערעדט, און שרייב עס נישט.
4 E, quando os sete trovões acabaram de emitir as suas vozes, eu ia escrever; mas ouvi uma voz do céu, que me dizia: Sela o que os sete trovões emitiram, e nào o escrevas.
5 און דער מלאך, וועלכן איך האב געזען שטיין אויפן ים און אויף דער יבשה, האט אויפגעהויבן זיין רעכטע האנט צום הימל,
5 E o anjo que vi estar sobre o mar e sobre a terra levantou a sua mão ao céu,
6 און געשוואוירן ביי דעם, וועלכער לעבט לעלמי עולמים, וועלכער האט באשאפן דעם הימל און וואס עס געפינט זיך דערין, און די ערד און וואס עס איז אויף איר, און דעם ים און וואס עס געפינט זיך אין אים, אז עס וועט מער נישט זיין קיין צייט;
6 E jurou por aquele que vive para todo o sempre, o qual criou o céu e o que nele há, e a terra e o que nela há, e o mar e o que nele há, que não haveria mais demora;
7 נאר אין די טעג פון דעם קול פון דעם זיבעטן מלאך, ווען ער וועט בלאזן, וועט פארענדיקט ווערן דער סוד פון ה׳, ווי ער האט מבשר געווען צו זיינע קנעכט, די נביאים. (דניאל יב, ו-ז.)
7 Mas nos dias da voz do sétimo anjo, quando tocar a sua trombeta, se cumprirá o segredo de Deus, como anunciou aos profetas, seus servos.
8 און דאס קול, וואס איך האב געהערט פון הימל, האט ווידער גערעדט מיט מיר, און געזאגט: גיי, נעם דאס אפענע ספר פון דער האנט פון דעם מלאך, וועלכער שטייט אויפן ים און אויף דער יבשה.
8 E a voz que eu do céu tinha ouvido tornou a falar comigo, e disse: Vai, e toma o livrinho aberto da mão do anjo que está em pé sobre o mar e sobre a terra.
9 און איך בין אהינגעגאנגען צום מלאך, און האב צו אים געזאגט: גיב מיר דאס ספר. און ער האט צו מיר געזאגט: נעם און עס עס אויף; און עס וועט דיר ביטער מאכן אין בויך, נאר אין דיין מויל וועט עס זיין זיס ווי האניק. (יחזקאל ב, ט; ג, ג.)
9 E fui ao anjo, dizendo-lhe: Dá-me o livrinho. E ele disse-me: Toma-o, e come-o, e ele fará amargo o teu ventre, mas na tua boca será doce como mel.
10 און איך האב גענומען דאס ספר אויס דער האנט פון דעם מלאך, און האב עס אויפגעגעסן; און עס איז געווען אין מיין מויל אזוי זיס, ווי האניק, און ווען איך האב עס אויפגעגעסן, איז מיר געווארן ביטער אין בויך.
10 E tomei o livrinho da mão do anjo, e comi-o; e na minha boca era doce como mel; e, havendo-o comido, o meu ventre ficou amargo.
11 און מען האט מיר געזאגט: דו מוזט ווידער נבואות זאגן איבער א סך פעלקער און אומות און לשונות און מלכים.
11 E ele disse-me: Importa que profetizes outra vez a muitos povos, e nações, e línguas e reis.

Ler em outra tradução

Comparar com outra

Estude este capítulo no WhatsApp

Peça à IA da Bíblia Fala para explicar Apocalipse 10, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.