2 Coríntios 13

ydd (YDD) vs ARC

Sair da comparação
ARC Almeida Revista e Corrigida 2009
1 דאס דאזיקע איז דאס דריטע מאל, אז איך קום צו אייך. דורך דעם מויל פון צוויי אדער דריי עדות זאל יעדעס ווארט באשטעטיקט ווערן.
1 É esta a terceira vez que vou ter convosco. Por boca de duas ou três testemunhas, será confirmada toda palavra.
2 איך האב פארויסגעזאגט, און זאג פארויס, ווי בשעת איך בין געווען ביי אייך דאס צווייטע מאל, און איצט פונדערווייטנס, צו די, וואס האבן פריער געזינדיקט און צו די אלע איבריקע, אז ווען איך וועל ווידער קומען, וועל איך נישט שוינען;
2 Já anteriormente o disse e segunda vez o digo, como quando estava presente; mas agora, estando ausente, o digo aos que antes pecaram e a todos os mais que, se outra vez for, não lhes perdoarei,
3 ווייל איר פארלאנגט א באווייז, אז דורך מיר רעדט דער משיח, וועלכער איז נישט שוואך לגבי אייך, נאר א גיבור צווישן אייך;
3 visto que buscais uma prova de Cristo que fala em mim, o qual não é fraco para convosco; antes, é poderoso entre vós.
4 ווארום הגם ער איז אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן אויס שוואכקייט, לעבט ער אבער דורך ה׳ס גבורה. ווארום אויך מיר זענען שוואך אין אים, נאר מיר וועלן לעבן מיט אים דורך ה׳ס גבורה לגבי אייך.
4 Porque, ainda que tenha sido crucificado por fraqueza, vive, contudo, pelo poder de Deus. Porque nós também somos fracos nele, mas viveremos com ele pelo poder de Deus em vós.
5 זוכט אייך אליין אונטער, צי איר זענט אין דער אמונה; פרובירט אייך אליין אויס. אדער ווייסט איר נישט אליין, אז יהושע/ישוע המשיח איז אין אייך? אחוץ אויב איר זענט פארווארפענע.
5 Examinai-vos a vós mesmos se permaneceis na fé; provai-vos a vós mesmos. Ou não sabeis, quanto a vós mesmos, que Jesus Cristo está em vós? Se não é que já estais reprovados.
6 איך האף אבער, אז איר וועט זיך דערוויסן, אז מיר זענען נישט קיין פארווארפענע.
6 Mas espero que entendereis que nós não somos reprovados.
7 מיר זענען מתפלל צו ה׳, אז איר זאלט נישט טאן קיין שום שלעכטס; נישט כדי מיר זאלן זיך ארויסווייזן אלס באוויליקטע, נאר כדי איר זאלט טאן דאס גוטע, און מיר זאלן זיין ווי פארווארפענע.
7 Ora, eu rogo a Deus que não façais mal algum, não para que sejamos achados aprovados, mas para que vós façais o bem, embora nós sejamos como reprovados.
8 ווארום מיר קענען גארנישט (טאן) קעגן דעם אמת, נאר פאר דעם אמת.
8 Porque nada podemos contra a verdade, senão pela verdade.
9 ווארום מיר פרייען זיך, ווען מיר זענען שוואך און איר זענט שטארק; דאס דאזיקע ווינטשן מיר אויך, איר זאלט ווערן שלמותדיק.
9 Porque nos regozijamos de estar fracos, quando vós estais fortes; e o que desejamos é a vossa perfeição.
10 צוליב דעם שרייב איך דאס פונדערווייטנס, כדי ווען איך וועל זיין ביי אייך, זאל איך מיך נישט מוזן אומגיין שטרענג, לויט דער מאכט, וואס דער האר האט מיר געגעבן צום אויפבויען און נישט צום צעשטערן.
10 Portanto, escrevo essas coisas estando ausente, para que, estando presente, não use de rigor, segundo o poder que o Senhor me deu para edificação e não para destruição.
11 צולעצט, ברידער, פריידט זיך, זייט שלמותדיק, טרייסט זיך, האט אחדות אין אייער מחשבה, לעבט בשלום; און דער ג‑ט פון ליבע און שלום וועט זיין מיט אייך.
11 Quanto ao mais, irmãos, regozijai-vos, sede perfeitos, sede consolados, sede de um mesmo parecer, vivei em paz; e o Deus de amor e de paz será convosco.
12 גיט אפ שלום איינער דעם אנדערן מיט א הייליקן קוש.
12 Saudai-vos uns aos outros com ósculo santo. Todos os santos vos saúdam.
13 אלע קדושים געבן אייך אפ שלום.
13 A graça do Senhor Jesus Cristo, e o amor de Deus, e a comunhão do Espírito Santo sejam com vós todos. Amém!
14 זאל דער חסד פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח און די ליבע פון ג‑ט און די חברותאשאפט פון דעם רוח הקודש זיין מיט אייך אלעמען.
14 — ausente —

Ler em outra tradução

Comparar com outra

Estude este capítulo no WhatsApp

Peça à IA da Bíblia Fala para explicar 2 Coríntios 13, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.