2 Coríntios 12

ydd (YDD) vs ARIB

Sair da comparação
ARIB Almeida Revisada Imprensa Bíblica
1 איך מוז מיך בארימען, הגם עס נוצט נישט; איך וועל אבער קומען צו חזיונות און אנטפלעקונגען פון דעם האר.
1 É necessário gloriar-me, embora não convenha; mas passarei a visões e revelações do Senhor.
2 איך קען א מענטשן אין דעם משיח, וואס פאר פערצן יאר—צי אינם גוף, ווייס איך נישט, צי אויסער דעם גוף, ווייס איך נישט; ה׳ ווייסט— איז דער זעלביקער ארויפגענומען געווארן ביז צום דריטן הימל;
2 Conheço um homem em Cristo que há catorze anos {se no corpo não sei, se fora do corpo não sei; Deus o sabe} foi arrebatado até o terceiro céu.
3 און איך ווייס, אז דער זעלביקער מענטש—צי אינם גוף, צי אויסער דעם גוף, ווייס איך נישט; ה׳ ווייסט—
3 Sim, conheço o tal homem {se no corpo, se fora do corpo, não sei: Deus o sabe},
4 איז ארויפגענומען געווארן אין גן עדן אריין, און האט געהערט אומאויסשפרעכלעכע ווערטער, וואס קיין מענטש טאר נישט ארויסרעדן.
4 que foi arrebatado ao paraíso, e ouviu palavras inefáveis, as quais não é lícito ao homem referir.
5 מיט אזעלכן וועל איך מיך בארימען; אבער מיט מיר אליין וועל איך מיך נישט בארימען, אחוץ מיט די שלאפקייטן מיינע.
5 Desse tal me gloriarei, mas de mim mesmo não me gloriarei, senão nas minhas fraquezas.
6 ווארום ווען איך זאל מיך וועלן בארימען, וועל איך נישט זיין קיין נאר; ווייל איך וועל זאגן דעם אמת; איך פארמייד עס אבער, כדי עס זאל מיך קיינער נישט האלטן פאר מער ווי ער זעט מיך, אדער הערט פון מיר.
6 Pois, se quiser gloriar-me, não serei insensato, porque direi a verdade;
7 און צוליב דער אויסערגעוויינלעכער גרויסקייט פון די אנטפלעקונגען—כדי איך זאל מיך נישט צופיל דערהייבן, איז מיר געגעבן געווארן א דארן אין דעם לייב, א שליח פונם שׂטן, אז ער זאל מיך שלאגן מיט דער פויסט, כדי איך זאל מיך נישט צופיל דערהייבן.
7 E, para que me não exaltasse demais pela excelência das revelações, foi-me dado um espinho na carne, a saber, um mensageiro de Satanás para me esbofetear, a fim de que eu não me exalte demais;
8 פאר דעם דאזיקן האב איך דריי מאל געבעטן דעם האר, אז ער זאל זיך אפטאן פון מיר.
8 acerca do qual três vezes roguei ao Senhor que o afastasse de mim;
9 און ער האט צו מיר געזאגט: מיין חסד איז גענוג פאר דיר, ווארום מיין קראפט ווערט שלמותדיק אין שוואכקייט. וועל איך מיך צום ליבסטן דעריבער מער בארימען מיט מיינע שלאפקייטן, כדי משיחס גבורה זאל רוען אויף מיר.
9 e ele me disse: A minha graça te basta, porque o meu poder se aperfeiçoa na fraqueza. Por isso, de boa vontade antes me gloriarei nas minhas fraquezas, a fim de que repouse sobre mim o poder de Cristo.
10 דערפאר האב איך א וואוילגעפעלן אין שלאפקייטן, אין חרפות, אין נויטן, אין רדיפות, אין אנגסטן, פון משיחס וועגן; ווארום ווען איך בין שלאף, דעמאלט בין איך א גיבור.
10 Pelo que sinto prazer nas fraquezas, nas injúrias, nas necessidades, nas perseguições, nas angústias por amor de Cristo. Porque quando estou fraco, então é que sou forte.
11 איך האב מיך געמאכט צו נאר: איר האט מיך געצוואונגען (דערצו); ווארום איך וואלט געדארפט געלויבט ווערן פון אייך; ווייל איך בין אין קיין זאך נישט הינטערשטעליק די גרעסטע שליחים, הגם איך בין גארנישט.
11 Tornei-me insensato; vós a isso me obrigastes; porque eu devia ser louvado por vós, visto que em nada fui inferior aos demais excelentes apóstolos, ainda que nada sou.
12 די צייכנס פון א שליח זענען דאך געווירקט געווארן צווישן אייך אין יעדער סבלנות, אין אותות און מופתים און גבורות.
12 Os sinais do meu apostolado foram, de fato, operados entre vós com toda a paciência, por sinais, prodígios e milagres.
13 ווארום מיט וואס זענט איר נידעריקער געשטעלט געווארן אין פארגלייך מיט די איבריקע קהלות, אחוץ וואס איך בין אייך נישט געפאלן צו לאסט? זייט מיר מוחל די דאזיקע עוולה!
13 Pois, em que fostes feitos inferiores às outras igrejas, a não ser nisto, que eu mesmo vos não fui pesado? Perdoai-me esta injustiça.
14 אָט בין איך שוין גרייט צו קומען צו אייך צום דריטן מאל; און וועל אייך נישט פאלן צו לאסט, ווייל איך זוך נישט אייערס, נאר אייך; ווארום די קינדער זענען נישט מחייב איינצוזאמלען אוצרות פאר די עלטערן, נאר די עלטערן פאר די קינדער.
14 Eis que pela terceira vez estou pronto a ir ter convosco, e não vos serei pesado, porque não busco o que é vosso, mas sim a vós; pois não são os filhos que devem entesourar para os pais, mas os pais para os filhos.
15 איך אבער וויל העכסט גערן אויסלייגן (וואס איך האב) און אויסגעלייגט ווערן פאר אייערע נפשות. אויב איך האב אייך אזוי שפעדיק ליב, בין איך ווייניקער געליבט?
15 Eu de muito boa vontade gastarei, e me deixarei gastar pelas vossas almas. Se mais abundantemente vos amo, serei menos amado?
16 נאר זאל עס זיין אזוי, איך האב אייך פארט נישט באלעסטיקט; נאר ווייל איך בין כיטרע, האב איך אייך געפאנגען מיט כיטרעקייט.
16 Mas seja assim; eu não vos fui pesado; mas, sendo astuto, vos tomei com dolo.
17 צי האב איך אייך דען אויסגענוצט דורך עמיצן פון די, וועמען איך האב געשיקט צו אייך?
17 Porventura vos explorei por algum daqueles que vos enviei?
18 איך האב געבעטן טיטוסן, און האב מיטגעשיקט דעם ברודער. צי האט טיטוס אייך אויסגענוצט? צי האבן מיר דען נישט געהאנדלט אין דעם זעלביקן גייסט? צי נישט אין די זעלביקע פוסטריט?
18 Exortei a Tito, e enviei com ele o irmão. Porventura Tito vos explorou? Não andamos porventura no mesmo espírito? Não seguimos as mesmas pegadas?
19 שוין לאנג האלט איר זיך ביי דער מיינונג, אז מיר פארטיידיקן זיך פאר אייך. פאר ה׳ רעדן מיר אינם משיח. אלץ אבער, געליבטע מיינע, איז פאר אייער אויפבויאונג.
19 Há muito, de certo, pensais que nos estamos desculpando convosco. Perante Deus, falamos em Cristo, e tudo isto, amados, é para vossa edificação.
20 ווארום איך האב מורא, טאמער, קומענדיק, וועל איך אייך נישט געפינען אזוי ווי איך וויל; און איך זאל געפונען ווערן אזוי, ווי איר ווילט נישט; טאמער וועט זיין קריגערייען, קנאה, רוגז, מחלוקת, לשון הרע, רכילות, גאווה, אומרוען;
20 Porque temo que, quando chegar, não vos ache quais eu vos quero, e que eu seja achado por vós qual não me quereis; que de algum modo haja contendas, invejas, iras, porfias, detrações, mexericos, orgulhos, tumultos;
21 טאמער, ווען איך וועל קומען, וועט מיין ג‑ט מיך דערנידעריקן פאר אייך, און איך וועל טרויערן איבער א סך, וועלכע האבן שוין פריער געהאט געזינדיקט און נישט תשובה געטאן אויף זייער טומאה און זנות און צעלאזנקייט, וואס זיי האבן געטריבן.
21 e que, quando for outra vez, o meu Deus me humilhe perante vós, e chore eu sobre muitos daqueles que dantes pecaram, e ainda não se arrependeram da impureza, prostituição e lascívia que cometeram.

Ler em outra tradução

Comparar com outra

Estude este capítulo no WhatsApp

Peça à IA da Bíblia Fala para explicar 2 Coríntios 12, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.