1 João 3
ydd (YDD) vs ACF
1 זעט וואס פאר א ליבע דער פאטער האט אונדז געשענקט, אז מיר זאלן גערופן ווערן ה׳ס קינדער; און מיר זענען עס. דערפאר קען אונדז די וועלט נישט, ווייל זי האט אים נישט געקענט.
1 Vede quão grande amor nos tem concedido o Pai, que fôssemos chamados filhos de Deus. Por isso o mundo não nos conhece; porque não o conhece a ele.
2 געליבטע, איצט זענען מיר ה׳ס קינדער, און עס איז נאך נישט אנטפלעקט געווארן, וואס מיר וועלן זיין. מיר ווייסן אבער, אז ווען ער וועט נתגלה ווערן, וועלן מיר זיין גלייך צו אים; ווייל מיר וועלן אים זען אזוי, ווי ער איז.
2 Amados, agora somos filhos de Deus, e ainda não é manifestado o que havemos de ser. Mas sabemos que, quando ele se manifestar, seremos semelhantes a ele; porque assim como é o veremos.
3 און יעדער איינער, וועלכער האט די דאזיקע האפענונג אויף אים, רייניקט זיך אזוי, ווי ער איז ריין.
3 E qualquer que nele tem esta esperança purifica-se a si mesmo, como também ele é puro.
4 יעדער איינער, וועלכער טוט זינד, איז עובר די תורה; און זינד איז דאס עובר זיין אויף דער תורה.
4 Qualquer que comete pecado, também comete iniqüidade; porque o pecado é iniqüidade.
5 און איר ווייסט, אז ער איז אנטפלעקט געווארן, כדי ער זאל אוועקנעמען אונדזערע זינד; און אין אים איז נישטא קיין חטא.
5 E bem sabeis que ele se manifestou para tirar os nossos pecados; e nele não há pecado.
6 יעדער איינער, וועלכער בלייבט אין אים, זינדיקט נישט; ווער עס זינדיקט, דער האט אים נישט געזען, און אים נישט געקענט.
6 Qualquer que permanece nele não peca; qualquer que peca não o viu nem o conheceu.
7 קינדער, זאל אייך קיינער נישט פארפירן; ווער עס טוט עוסק זיין אין צדקות, דער איז א צדיק, ווי ער איז א צדיק;
7 Filhinhos, ninguém vos engane. Quem pratica justiça é justo, assim como ele é justo.
8 ווער עס טוט זינד, דער איז פון דעם שׂטן; ווייל דער שׂטן זינדיקט פון אנהויב אָן. דערצו איז דער זון פון דער אויבערשטער אנטפלעקט געווארן, כדי ער זאל צעשטערן די מעשים פון דעם שׂטן.
8 Quem comete o pecado é do diabo; porque o diabo peca desde o princípio. Para isto o Filho de Deus se manifestou: para desfazer as obras do diabo.
9 יעדער איינער, וועלכער איז געבוירן געווארן פון ה׳, טוט נישט קיין זינד, ווייל זיין זאמען בלייבט אין אים; און ער קען נישט זינדיקן, ווייל ער איז געבוירן געווארן פון ה׳.
9 Qualquer que é nascido de Deus não comete pecado; porque a sua semente permanece nele; e não pode pecar, porque é nascido de Deus.
10 דורך דעם דאזיקן ווערן אנטפלעקט די קינדער פון ה׳, און די קינדער פון דעם שׂטן: יעדער איינער, וועלכער טוט נישט עוסק זיין אין צדקות, איז נישט פון ה׳, און דער, וואס האט נישט ליב זיין ברודער.
10 Nisto são manifestos os filhos de Deus, e os filhos do diabo. Qualquer que não pratica a justiça, e não ama a seu irmão, não é de Deus.
11 ווייל דאס דאזיקע איז די שמועה, וועלכע איר האט געהערט פון אנהויב אָן: אז מיר זאלן ליב האבן איינער דעם אנדערן;
11 Porque esta é a mensagem que ouvistes desde o princípio: que nos amemos uns aos outros.
12 נישט ווי קין, וועלכער איז געווען פון דעם בייזן און האט געהרגעט זיין ברודער. און פארוואס האט ער אים געהרגעט? ווייל זיינע מעשים זענען געווען בייז, זיין ברודערס (מעשים) אבער זענען געווען גערעכט. (בראשית ד, ד-ח.)
12 Não como Caim, que era do maligno, e matou a seu irmão. E por que causa o matou? Porque as suas obras eram más e as de seu irmão justas.
13 וואונדערט זיך נישט, ברידער, אויב די וועלט האט אייך פיינט.
13 Meus irmãos, não vos maravilheis, se o mundo vos odeia.
14 מיר ווייסן אז מיר זענען אריבערגעגאנגען פון טויט צום לעבן, ווייל מיר האבן ליב די ברידער. ווער עס האט נישט ליב, דער פארבלייבט אין דעם טויט.
14 Nós sabemos que passamos da morte para a vida, porque amamos os irmãos. Quem não ama a seu irmão permanece na morte.
15 יעדער איינער, וועלכער האסט דעם ברודער זיינעם, איז א רוצח; און איר ווייסט, אז קיין מענטשנמערדער דאס אייביקע לעבן בלייבט אין אים נישט.
15 Qualquer que odeia a seu irmão é homicida. E vós sabeis que nenhum homicida tem a vida eterna permanecendo nele.
16 דורך דעם דאזיקן האבן מיר דערקענט די ליבע: ווייל ער האט אנידערגעלייגט זיין לעבן פאר אונדזערטוועגן; און מיר זענען אויך מחייב אנידערצולייגן אונדזערע לעבנס פאר די ברידער.
16 Conhecemos o amor nisto: que ele deu a sua vida por nós, e nós devemos dar a vida pelos irmãos.
17 ווער אבער עס האט נכסים אין דער וועלט, און זעט זיין ברודער האבן נויט, און פארשליסט זיין הארץ קעגן אים, וויאזוי זשע בלייבט ה׳ס ליבע אין אים?
17 Quem, pois, tiver bens do mundo, e, vendo o seu irmão necessitado, lhe cerrar as suas entranhas, como estará nele o amor de Deus?
18 קינדער, לאמיר נישט ליב האבן מיט ווערטער, אויך נישט מיט דער צונג, נאר בפועל ממש און באמת.
18 Meus filhinhos, não amemos de palavra, nem de língua, mas por obra e em verdade.
19 דורך דעם דאזיקן וועלן מיר דערקענען, אז מיר זענען פון דעם אמת, און וועלן בארואיקן אונדזער הארץ פאר אים,
19 E nisto conhecemos que somos da verdade, e diante dele asseguraremos nossos corações;
20 אז ווען אונדזער הארץ פארמשפט אונדז, איז ה׳ גרעסער ווי אונדזער הארץ, און ווייסט אלץ.
20 Sabendo que, se o nosso coração nos condena, maior é Deus do que o nosso coração, e conhece todas as coisas.
21 געליבטע, ווען אונדזער הארץ פארמשפט אונדז נישט, האבן מיר דרייסטקייט פאר ה׳;
21 Amados, se o nosso coração não nos condena, temos confiança para com Deus;
22 און וואס מיר בעטן, דאס באקומען מיר פון אים, ווייל מיר היטן אפ זיינע געבאטן, און טאן דאס, וואס איז וואוילגעפעלן פאר אים.
22 E qualquer coisa que lhe pedirmos, dele a receberemos, porque guardamos os seus mandamentos, e fazemos o que é agradável à sua vista.
23 און אָט דאס דאזיקע איז זיין געבאט, אז מיר זאלן גלויבן אין דעם נאמען פון זיין זון יהושע/ישוע המשיח, און ליב האבן איינער דעם אנדערן, ווי ער האט אונדז געגעבן א געבאט.
23 E o seu mandamento é este: que creiamos no nome de seu Filho Jesus Cristo, e nos amemos uns aos outros, segundo o seu mandamento.
24 און ווער עס היט זיינע געבאטן, דער בלייבט אין אים, און ער אין אים. און דורך דעם דאזיקן דערקענען מיר, אז ער בלייבט אין אונדז: דורך דעם גייסט, וועלכן ער האט אונדז געשענקט.
24 E aquele que guarda os seus mandamentos nele está, e ele nele. E nisto conhecemos que ele está em nós, pelo Espírito que nos tem dado.
Atalhos do teclado
- Capítulo anterior←
- Próximo capítulo→
- Versículo anteriork
- Próximo versículoj
- Limpar seleçãoEsc
- Esta ajuda?
Estude este capítulo no WhatsApp
Peça à IA da Bíblia Fala para explicar 1 João 3, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.