1 Coríntios 1
ydd (YDD) vs VC
1 פוילוס, בארופן צו זיין א שליח פון יהושע/ישוע המשיח, דורך ה׳ס רצון, און סאסטענעס, דער ברודער,
1 Paulo, apóstolo de Jesus Cristo por chamamento e vontade de Deus, e o irmão Sóstenes,
2 צו דער קהלה פון ה׳, וועלכע איז אין קארינט, צו די געהייליקטע אינם משיח יהושע/ישוע, צו די בארופענע קדושים, צוזאמען מיט אלע, וואס רופן אָן דעם נאמען פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח אויף יעדן ארט, זייער (האר) און אונדזערער;
2 à igreja de Deus que está em Corinto, aos fiéis santificados em Jesus Cristo, chamados à santidade, juntamente com todos os que, em qualquer lugar que estejam, invocam o nome de nosso Senhor Jesus Cristo, Senhor deles e nosso;
3 חסד צו אייך און שלום פון ג‑ט, אונדזער פאטער, און פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח.
3 a vós, graça e paz da parte de Deus, nosso Pai, e da parte do Senhor Jesus Cristo!
4 איך דאנק ה׳ תמיד פאר אייך, פאר דעם חסד פון ה׳, וואס איז אייך געגעבן געווארן אינם משיח יהושע/ישוע;
4 Não cesso de agradecer a Deus por vós, pela graça divina que vos foi dada em Jesus Cristo.
5 אז אין אלעם זענט איר רייך געווארן אין אים, אין יעדן ווארט און אין יעדן וויסן;
5 Nele fostes ricamente contemplados com todos os dons, com os da palavra e os da ciência,
6 לויט ווי דאס עדות זאגן פונם משיח האט זיך געגרונטפעסטיקט אין אייך;
6 tão solidamente foi confirmado em vós o testemunho de Cristo.
7 אזוי, אז איר זענט נישט הינטערשטעליק געבליבן אין קיין שום מתנה; ווארטנדיק אויף דער אנטפלעקונג פונם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח,
7 Assim, enquanto aguardais a manifestação de nosso Senhor Jesus Cristo, não vos falta dom algum.
8 וועלכער וועט אייך אויך גרונטפעסטיקן ביז צו סוף, (כדי איר זאלט זיין) אומשולדיק אין דעם טאג פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.
8 Ele há de vos confirmar até o fim, para que sejais irrepreensíveis no dia de nosso Senhor Jesus Cristo.
9 יא, ה׳ איז געטריי, דורך וועמען איר זענט גערופן געווארן צו דער חברותאשאפט פון זיין זון יהושע/ישוע המשיח דעם האר אונדזערן.
9 Fiel é Deus, por quem fostes chamados à comunhão de seu Filho Jesus Cristo, nosso Senhor.
10 איך בעט אייך אבער, ברידער, דורך דעם נאמען פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, אז איר זאלט אלע רעדן (איינס און) דאס זעלביקע, און אז עס זאלן נישט זיין צווישן אייך קיין מחלוקת; נאר אז איר זאלט זיין באפעסטיקט אין דעם זעלביקן זין און אין דער זעלביקער מחשבה.
10 Rogo-vos, irmãos, em nome de nosso Senhor Jesus Cristo, que todos estejais em pleno acordo e que não haja entre vós divisões. Vivei em boa harmonia, no mesmo espírito e no mesmo sentimento.
11 ווארום וועגן אייך, ברידער, בין איך געוואר געווארן דורך כלאעס (בני בית), אז עס זענען דא שטרייטיקייטן ביי אייך.
11 Pois acerca de vós, irmãos meus, fui informado pelos que são da casa de Cloé, que há contendas entre vós.
12 און איך זאג דאס, ווייל יעדער איינער פון אייך זאגט: איך בין פון פוילוסן (ד.ה. פוילוס איז מיין רבי אא״וו.); און איך פון אפאלאסן; און איך פון כיפא; און איך פון דעם משיח.
12 Refiro-me ao fato de que entre vós se usa esta linguagem: Eu sou discípulo de Paulo; eu, de Apolo; eu, de Cefas; eu, de Cristo.
13 צי איז דען דער משיח צעטיילט געווארן? איז פוילוס פאר אייך אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן? אדער זענט איר געטובלט געווארן אין דער מקווה אין דעם נאמען פון פוילוסן?
13 Então estaria Cristo dividido? É Paulo quem foi crucificado por vós? É em nome de Paulo que fostes batizados?
14 איך דאנק ה׳, וואס איך האב קיינעם פון אייך נישט טובל געווען אין א מקווה אחוץ קריספוסן און גאיוסן;
14 Graças a Deus, não batizei nenhum de vós, à exceção de Crispo e Gaio.
15 כדי קיינער זאל נישט זאגן, אז איר זענט געטובלט געווארן אין דער מקווה אין מיין נאמען.
15 Assim ninguém poderá dizer que fostes batizados em meu nome.
16 און איך האב אויך געטובלט אין דער מקווה די בני בית פון סטעפאנאסן; ווייטער ווייס איך נישט, צי איך האב טובל געווען אין דער מקווה עמיצן אנדערש.
16 {Aliás, batizei também a família de Estéfanas. Além destes, não me consta ter batizado ninguém mais.}
17 ווארום דער משיח האט מיך נישט געשיקט טובל צו זיין אין א מקווה, נאר אנצוזאגן די גוטע בשורה; נישט מיט קיין געקליגלט ווארט, כדי משיחס בוים זאל נישט אנטקרעפטיקט ווערן.
17 Cristo não me enviou para batizar, mas para pregar o Evangelho; e isso sem recorrer à habilidade da arte oratória, para que não se desvirtue a cruz de Cristo.
18 ווארום דאס ווארט פונם בוים איז נארישקייט צו די, וועלכע ווערן פארלוירן; פאר אונדז אבער, וואס ווערן געראטעוועט, איז עס ה׳ס גבורה.
18 A linguagem da cruz é loucura para os que se perdem, mas, para os que foram salvos, para nós, é uma força divina.
19 ווארום עס שטייט געשריבן:
19 Está escrito: Destruirei a sabedoria dos sábios, e anularei a prudência dos prudentes {Is 29,14}.
20 וואו איז דער חכם? וואו דער סופר? וואו דער בעל וויכוח פון דער דאזיקער וועלט? צי האט דען ה׳ נישט צו נאר געמאכט די חכמה פון דער וועלט?
20 Onde está o sábio? Onde o erudito? Onde o argumentador deste mundo? Acaso não declarou Deus por loucura a sabedoria deste mundo?
21 ווארום אזויווי אין דער חכמה פון ה׳ האט די וועלט נישט דערקענט ה׳ דורך חכמה, האט ה׳ באוויליקט דורך דער נארישקייט פון דרשענען צו ראטעווען די, וואס גלויבן.
21 Já que o mundo, com a sua sabedoria, não reconheceu a Deus na sabedoria divina, aprouve a Deus salvar os que crêem pela loucura de sua mensagem.
22 און בעת יידן פארלאנגען אותות און גריכן זוכן חכמה,
22 Os judeus pedem milagres, os gregos reclamam a sabedoria;
23 רופן מיר אויס א משיח אויפגעהאנגען אויף דער בוים, פאר יידן טאקע א מיכשול, און פאר גריכן א נארישקייט;
23 mas nós pregamos Cristo crucificado, escândalo para os judeus e loucura para os pagãos;
24 אבער פאר די גערופענע אליין, סאי יידן סאי גריכן, משיח די גבורה פון ה׳ און די חכמה פון ה׳.
24 mas, para os eleitos - quer judeus quer gregos -, força de Deus e sabedoria de Deus.
25 ווייל ה׳ס נארישקייט איז קליגער ווי מענטשן; און ה׳ס שוואכקייט שטארקער ווי מענטשן.
25 Pois a loucura de Deus é mais sábia do que os homens, e a fraqueza de Deus é mais forte do que os homens.
26 ווארום איר זעט (דאך) אייער בארופונג, ברידער, אז עס איז נישטא (צווישן אייך) קיין סך חכמים לויט דעם פלייש, נישט פיל מעכטיקע, נישט פיל איידעלע;
26 Vede, irmãos, o vosso grupo de eleitos: não há entre vós muitos sábios, humanamente falando, nem muitos poderosos, nem muitos nobres.
27 נאר די נארישע זאכן פון דער וועלט האט ג‑ט אויסדערוויילט, כדי צו פארשעמען די חכמים; און די שוואכע זאכן פון דער וועלט האט ה׳ אויסדערוויילט, כדי צו פארשעמען די שטארקע;
27 O que é estulto no mundo, Deus o escolheu para confundir os sábios; e o que é fraco no mundo, Deus o escolheu para confundir os fortes;
28 און דאס נישט איידעלע פון דער וועלט, און דאס פאראכטעטע האט ה׳ אויסדערוויילט, אפילו דאס, וואס איז נישט, כדי מבטל צו זיין דאס, וואס איז יא;
28 e o que é vil e desprezível no mundo, Deus o escolheu, como também aquelas coisas que nada são, para destruir as que são.
29 אזוי, אז קיין בשר (ודם) זאל זיך נישט בארימען פאר ה׳.
29 Assim, nenhuma criatura se vangloriará diante de Deus.
30 פון אים אבער זענט איר אינם משיח יהושע/ישוע, וועלכער איז פאר אונדז געווארן חכמה פון ה׳, און צדקות און קדושה, און גאולה;
30 É por sua graça que estais em Jesus Cristo, que, da parte de Deus, se tornou para nós sabedoria, justiça, santificação e redenção,
31 כדי, ווי עס שטייט געשריבן: ווער עס בארימט זיך, דער זאל זיך בארימען אינם האר (ג‑ט). (ירמיהו ט, כג.)
31 para que, como está escrito: quem se gloria, glorie-se no Senhor {Jr 9,23}.
Atalhos do teclado
- Capítulo anterior←
- Próximo capítulo→
- Versículo anteriork
- Próximo versículoj
- Limpar seleçãoEsc
- Esta ajuda?
Estude este capítulo no WhatsApp
Peça à IA da Bíblia Fala para explicar 1 Coríntios 1, comparar traduções ou montar um estudo — tudo direto pelo WhatsApp.